בעזהשי"ת
אין די יעצטיגע טעג נעמט די "באורד אוו עדיוקעישאן" אויף קאמענטארן אויף די נייע "גיידליינס," וועלכע צילן צו באצווינגען אונזערע מוסדות צו געבן א חינוך וואס איז "כמעט אייניג" מיט די חינוך פון "פובליק שולע" רח"ל. עס איז זייער וויכטיג אז זיי זאלן הערן פונעם ציבור זייער קלאר אז מיר קענען נישט און מיר וועלן נישט געבן פאר אונזערע קינדער אן אנדערע סארט חינוך ווי דאס וואס זיי באקומען אצינד.
פאלגענד איז א פרייע איבערזעצונג פון די פעטיציע אויף די אנדערע זייט.
א פעטיציע אין קעגנערשאפט צו די פארגעשלאגענע נייע רעגולאציעס איבער די אייניגקייט פון די לימודים אין די שולעס אינעם דריטן יולי, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפט. פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס איבער: ..."די געזעצליכע פארלאנג צו לערנען מיט סטודענטן אין פריוואטע שולעס אייניגע לימודים ווי די פון פובליק שולעס צו פארזיכערן אז אלע סטודענטן באקומען די חינוך צו וואס זיי זענען בארעכטיגט אונטערן געזעץ."
איך וויל אויסדרוקן מיין אומ-איינשטימיגקייט מיט די רעגולאציעס אלץ טאטע\מאמע וואס שיקט די קינדער אין ישיבות. אין א פרייע לאנד דארף די רעכטן פון די עלטערן צו מחנך זיין זייערע קינדער אין איינקלאנג מיט זייער אמונה ווערן רעספעקטירט. עס איז דא א באוואוסטע געריכטליכע פאל, אין וועלכע די סופרים קאורט האט געאורטיילט צו באשיצן די רעכטן פון רעליגיעזע מינאריטעטן בנוגע חינוך.
אונזער עקזיסטירענדע חינוך סיסטעם איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הוראות פון אונזערע פירנדע רבנים פון פריערדיגע דורות, און דינט אלץ איינע פון די גרונד שטיינער פון אונזער אמונה. איינצושטעלן די פארגעשלאגענע רעגולאציעס וועט שעדיגן א יסודות'דיגע טייל פון אונזער רעליגיעזע פראקטיצירונג, א זאך וואס מיר קענען נישט מיט א ריינעם געוויסן מיטהאלטן דערמיט.
אויב די פארגעשלאגענע גיידליינס ווערן עווענטועל באשטעטיגט, דאן וועל איך מיט צענדליגע טויזנטער ווי מיר אינערהאלב די חרד'ישע ציבורים פון ניו יארק סטעט נישט האבן קיין אנדערע ברירה, ווי צו אויספירן די אלטע אמעריקאנע טראדיציע פון ציווילע אומפאלגזאמקייט (ד.מ. אז אנשטאט צו רעוואלטירן פאלגט מען פשוט נישט די געזעץ.) אלץ א געמיינדע וואס האלט נישט פון געוואלדטאטן ווי די תורה לערנט אונז, וועט סיי וועלכע ווידערשטאנד פון אונזער זייט באשטיין בלויז פון נישט קאאפערירן.
די תורה איז אונזער וועגווייזער אין אלע הינזיכטן, און אלץ א רעליגיעזע געמיינדע זענען מיר פארפליכטעט צו אויספירן אירע פאדערונגען אפגעזעהן פון די קאנסעקווענצן. איינע פון די לערעס פון די תורה איז צו זיין פאלגזאמע, געטרייע, און פראדוקטיווע מיטגלידער פון געזעלשאפט, אין די לענדער וואו מיר וואוינען, די תורה שרייבט קלאר: הוי מתפלל בשלומה של מלכות, און דינא דמלכותא דינא.
די תורה איז מחייב יודן צו ארויסווייזן דאנקבארקייט פאר די וואס זענען גוט צו זיי, און דערפאר זענען מיר שטארק דאנקבאר פאר די פרייהייט וואס מיר פארמאגן, אויף פארשידענע שטאפלן, אין די פאראייניגטע שטאטן בכלליות און אין ניו יארק סטעיט בפרטיות.
בכל אופן, די זעלבע תורה הייסט אונז אויך זיך קעגנשטעלן אזעלכע געזעצן וועלכע זענען קעגן די תורה לערנונגען. איך בעט זיך אז די רעגולאציעס זאלן נישט באשטעטיגט ווערן, כדי נישט צו שטעלן מיר און אנדערע אין א מצב וואס מיר מוזן זיין אומפאלגזאם. עס דארף ווערן באצייכנט, אז אויב דאס נישט נאכקומען די גיידליינס, אויב זיי וועלן באשטעטיגט ווערן, וועט מאכן אז די ישיבות וועלכע קאאפערירן נישט זאלן פארלירן טייל אדער אלע רעגירונגס געלטער, וועט דאס מיט גארנישט טוישן אונזער שטעלונג. קיין שום סכום פון געלט איז נישט ווערט צו טוישן דערפאר די יסודות פון אונזער חינוך. סיי וועלכע געלטער וואס קומט מיט דעם תנאי פון טוישן אונזער חינוך סיסטעם, טו איך אלץ א טאטע \ מאמע פרייוויליג צוריקווייזן.
אפילו אויב שטראפן וועלן ווערן ערנסטער, וו.צ.ב. איינזעצן אין תפיסה, איז פארהאן א שטילע מאיאריטעט פון עלטערן אין אונזער געמיינדע, פון וועלכע איך בין א חלק, וואס זענען גרייט צו צאלן סיי וועלכע פרייז עס פעלט זיך אויס צו פארזיכערן די תורה'דיגע חינוך בלייבט אזוי ווי מיר האבן דאס מקבל געווען. די תורה פארפליכטעט אונז אויף א פרידליכן אופן נישט צו קאאפערירן, ביז דער פראבלעם וועט זיין גענצליך געלעזט. אלץ א מינאריטעט גלויבן האבן מיר שוין אדורכגעמאכט פילע שטורעמס, פילע פרואוון צו טוישן אונזער אמונה און רעליגיעזע פירונגען, פון א גאר קאלירפולע אויסוואל פון גרופעס און פריוואטע מענטשן. מיר זענען אנטשלאסן צו אויסהאלטן אויך די יעצטיגע פרואוו.
נעמענדיג דאס אין באטראכט, בעט איך דיר זיך צו קעגנשטעלן די פארגעשלאגענע גיידליינס, זינט מיר אלץ א געמיינדע קענען נישט מיט א ריינעם געוויסן און אלץ ג-ט'ס דינער דאס אויספירן. אויב ניו יארק סטעיט וועט למעשה באשליסן אונז צו פארפליכטן צו די רעגולאציעס, דאן וועלן מיר נישט האבן קיין אנדערע ברירה אויסער נישט צו פאלגן. דאס איינשטעלן אזעלכע רעגולאציס וועט אוועקנעמען פרייהייט פון ניו יארק, צווינגענדיג אונזער געמיינדע ערנסט צו איבערטראכטן צו מיר האבן נאך א פלאץ דא אין די סטעיט.
איך בעט, אין גייסט פון דעמאקראטיע און פארשידענארטיגקייט, אז דו זאלסט זיך קעגנשטעלן די איבערפאל אויף פרייהייט און אויף די פרייע פראקטיצירונג פון יעדן מענטשנס גלויבן. א דאנק פאר דיין זיך רעכענען. אלעס גוטס,
שרייבט אונטער די פעטיציע אויף די אנדערע זייט, שרייבט אייער פולע נאמען און אדרעס מיט א קלארע ליינבארע שריפט. דאן שיקט אריין דעם בריוו:
איר קענט אויך שיקן דעם בריוו צו אנדערע פאליטיקאנטן, וו.צ.ב. אייער אסעמבלימאן, סענאטאר, גאווערנאר, א.א.וו.